דער סאנדזער רבי האט געהערט איש מפי איש דאס דער אלטער בעלצער רבי ר’ שלום זצ”ל האט דער-צעלט פון א יידן וואס וואס איס געווען דאביי.
1.
בשעת ר’ חיים סאנץ איז געלעגען אויף דעם טויטען בעט האט ער העריינגערופען אלע זיינע תלמידים בראשם ר’ זינדעל דעם בעלצער רבי’ס זיידע. האט ער ר’ זינדעל געבענשט: וועסט נאך זוכה צו זיין צו האבען א זון אזוי ווי איך. ר’ זינדעל האט זיך ערשטוינט. רבי – אין מיין עלטער? זיין טאכטער די רביצין {רבכה רענה} [רבקה הענא] האט דעמולס אויסגעשריען – טאטע איך נעם אויף זיך די ברכה.
2.
אזוי ווי דער ר’ חיים סאנץ איס געווען דער גרויסער גאון {אן} [און] צדיק איס דעם בעשט שטארק געגאנגען דאריין ער זאל אים מאכען פאר {זיינען} [זיינעם] א תלמיד. ער האט געזען ברוח הקודש דאס אויב ער וועט אים מאכען פאר א חסיד וועט זיין ביאת משיח. איס ער געקומען מיט 10 תלמידים מובהקים קיין בראד זיך צו זען מיט ר’ חיים. האט ער אים געטראפען ביי {זי} מוטשען ביי א הארבען עץ חיים. ר’ חיים האט אים געוויזען וואס עס ארט אים. האט דער בעשט אים געזאגט: דו לערנסט די חיצוניות – מען דארף העריינקוקען אינ’ם פנימיות און האט אים אנטפלעקט די כוונה פונם {הר”י} [אר”י] הקדוש “וממלא כל הבית אורה”. אזוי ווי ר’ חיים האט דאס דערזעןדערזען האט ער אויסגעשריען: יחי אדוני ומורי ורבי! און איז געווארען זיינער א חסיד. דערנאך האט ער אים מיט זיינער {חברותה} [חברותא] ארויסגעפירט פון דער שטוב.
דער בעשט האט זיך אבער התבונן געווען וואס א גרויסער מעשה ער האט דא אויפגעטון – אזא גרויסען צדיק און גאון געמאכט פאר א תלמיד. אבער ער האט מורא געהאט דאס ער וועט באקומען גדלות פון דעם און ח”ו וועט ער אין אלע תלמידים ח”ו פערפאלען ווערען. האט ער געזוכט אן עצה ווי אזוי ר’ חיים סאנצער צוריק מאכען פאר א מתנגד.
אין מארק זענען געווען פערד. איס דער בעשט צוגעגאנגען צו די פערד און האט זי געגלעט און געפאטשט. ווען ר’ חיים זצ”ל האט דאס דערזען האט ער אויסגערופען: איך פערשטיי נישט – עס איס נישט פאר מיר און איס געווארען אויס חסיד.
3.
נאך האט דער בעלצער דערציילט. דער בעשט איסט איס אפט געקומען נאך בראד. עס איס אפילו נאך יעצט בנמצא אין בראד א וויינקעלער ווי דער בעש”ט האט ג שטענדיק געטרינקען {מעט} [מעד] מיט זיינע תלמידים. און שטענדיק ווען דער בעש”ט איס דארט געקומען האט ער געטון א מעשה נהנה צו זיין ר’ חיים. ער האט געוויסט דאס ר’ חיים האט הנאה ווען עס דערוואוסט דערווייסט זיך עפעס אב צולאכען פון דעם בעשט. האט דער בעשט אין מיסטען שטענדיק עפעס געטון אזא א זאך דאס ר’ חיים זאל קענען לאכען דאפון.