דער ריזשינער האט אמאל געזאגט: פאר דער אינקוויזיציע אין שפאניען זענען די יידען געשטאנען ברום המעלה. עס זענען געווען די גרויסע גדולים, וקרובים למלכות און געווען תורה וגדולה במקום אחד. האבען זיי געטראכט אז זיי וועלען וואלטען געוואלט אויפבויען דאס בית המקדש. אבער זיי זיי האבען געקלערט וועגען דעם דין פון טמאי מתים אבער דער עיקר וואס האט זיי אבגעשטעלט איז געווען וואס זיי האבען מורא געהאט דאס עס וועט נישט זיין קיין אש מן השמים.
האט דער ריזשינער זיך אנגערופן: דאפאר איז זיי טאקי געקומען דער עונש – פון דער אינקוויזיציע און {גרוש} {גירוש} שפאניען. זיי האבען געדארפט בויען דאס בית המקדש און נישט אזוי פיל העריינקלערען – אז זיי וואלטען געהאט דעם פולען בטחון וואלט שוין סיי ווי סיי געקומען דער אש מן השמים.
י. פ)
באיאנער רבי