ר’ יהושעלע טאמאשאווער איז געפארען צום דינעווער – דעם 

בני יששכר –

איימאל איינמאל איז ער געווען ביים דינעווער אויף שמחת תורה – אין מיטען הקפות – אין מיטן טאנץ – האט דער דינעווער ר’ יהושעלע געגעבען א קוש – “יונגער מאן – האט ער זיך צו אים אנגערופען – בעט פאר מיר אויס וועל איך דיך מאכען פאר א כלי!

אין דעם יאר י”ח טבת ת”ר איז דער דינעווער תאקע נסתלק געווארען.

 

ר’ יהושעלע איז אויך געפארען צום מאגעליניצער – דעם קאזשיניצער’ס  {מגיד} [מגיד’ס] אן אייניקעל.דערנאך איז ער געפארען צו ר’ אליעזר קאזשיניצער שפעטער צום אלטען בעלצער און ער איז אויך געווען ביים דברי חיים אין סאנץ.

 

י.פ)                                                                                     

טאמאשאווער רבי

הרב מ. פרישערמאן