ווען דער אלטער טריסקער האט זיך משדך געווען מיט דעם הוסיאטינער זענען אלע רוזשינער קינדער געווען ביי דער חתונה.

ביים טריסקער איז געווען א מנהג איינגעפירט דאס ער פלעגט בענשען חתן כלה פאר דער חופה – האט ער געוואלט בענשען דעם הוסיאטינער.

האט דער הוסיאטינער אים געבעטען ער זאל פרעגען דעם עלטערן ברודער – דעם סאדאגארער.

אז דער טריסקער האט דעם סאדאגארער איבערגעפרעגט האט דער סאדאגארער געענטפערט:

יא איר מעגט בענשען אבער אן הענד! אז מען בענשט מיט הענד מוס  מען זיך דאך אנבעגען.

אונזער טאטע האט זיך פאר קיינעם נישט איינגעבויגען פאר קיין מענשען – מיר אויך נישט און אפילו אונזערע קינדער אויך נישט.

 

י.פ)

אלכסנדר ביסטריצקי