ר’ מענדעל קאסאווער האט געהאט דריי חברים איינעם ר’ אליעזר וואלף און צוויי אנדערע. האט ער אויף זיי געזאגט דאס איינער וועט זיין א גרויסער גביר, דער צווייטער א שכור און דער דריטער א רבי. כך {הוי} [הוה] .
ר’ אליעזר וואלף איז געווען א גרויסער מקובל און געווארען א רבי אין בעטשעטשו – (נעבען בייטַאשַאן אין רומעניע) און ער האט געקלונגען אין גאנצ רומעניע.
אויף ר’ אליעזר וואלף האט דער ר’ מאיר פרעמישלאנער געזאגט צו חסידים וואס זענען געקומן צו אים פון יענער געגענד: וואס דארפט איר קומען צו מיר אז איר האט אזא צדיק און בעל מקובל ביי אייך. און ער האט זי הערויסגעטריבען.
י.פ)
הרב גאלד