ביים מגיד איז געווען א מנהג אז נאך דעם טיש

פלעגט די תלמידים מסביר זיין די דברי תורה און איבערזאגען

איינער דעם אנדערען.

אמאל איז געווען א שפארעכס איבער א מאמר און מען איז

געקומען צום באשלוס איבערצופרעגען דעם מגיד דא וואס ער האט געמיינט.

על פי רוב ווען עס האט זיך געמאכט אזוי א פאל האט מען געבעטען

ר’ שלמה לוצקער דעם מגיד’ס גבאי ער זאל איבער פרעגען ווייל אן אנדערער

האט נישט געטורט אריין אן רשות.

ביי דער מעשה איז שוין געווען שפעט ביי נאכט און ר’ שלמה

לוצקער איז שוין {געווען} אהיימגעגאנגען.

האט מען באשלאסען אז דער תני”א זאל אריינגעען צום מגיד

איבערצופרעגען. האט דער תני”א אנגעקלאפט אין דער טיר און דער

מגיד האט געפרעגט ווער איז? ענטפערט דער תניא: “איך”!

האט דער מגיד נאכאמאל געפרעגט און דער תני”א ווייטער געענטפערט “איך”!

נאך עטלעכע מאל אזוי געפרעגט און געענטפערט ביז דער תני”א האט

געענטפערט צום לעצטען מאל: זלמינו. (אזוי האט דער מגיד גערופען

דעם תני”א) אז ער האט געענטפערט זלמיניו האט דער מגיד

אליין געעפענט די טור טיר און אים אריינגעלאזט.

נאך איז געווען א מנהג אז ביים מגיד פלעגט זיך טרעפען

אפט דאס פלוצלינג פלעגט דער מגיד זאגען צו איינעם פון

זיינע תלמידים – גע דו זאלטס געען דארט – צו אין אן אנדערן

ארט און פלעגט געבען אנווייזונגען וואו צו געען.

אז דער תני”א איז שוין געווען אים חדר פון דעם {תני”א} [מגיד] האט

אים דער מגיד געזאגט: זלמינו – מארגען זאלסט דו פארען אין דעם

און דעם דארף און זאלסטו אנטון פשוטע קליידער אז מען זאל

דיך נישט דערקענען.

דער תני”א האט נאטירליך אויסגעפאלגט דעם מגיד’ס באפעל און איז

געקומען אין דארף אריין פונקט ווי מען האט געזוכט א צענטען

צו א מנין ביי א חופה וקדושין. דער נגיד פון דעם דארף האט חתונה געמאכט

און עס האט געפעלט צום מנין. האט מען דעם תני”א {איינגערעכנעט} [אריינגערעכענט]

צום מנין און זיך שטארק דערפרייט מיט אים. נאך דער חופה

האט מען אים איינגעלאדען צו דער סעודת מצוה און מען האט

אים געזעצט ביים עק סוף פון דעם טיש.

דער טיש איז געווען געדעקט זייער רייך און מען האט סערווירט

מיט זילבערנע עס באשטעק.

נאך דער זופ קומט צו אים צו דער משרת און רוימט

אים אן א סוד – “פעטער לעבען – עס פעלט א לעפעל – גיבט

אים זיישע מוחל אב!” דער תני”א האט זיך געפילט שטארק

באטראפען – און האט געטענעט נישט איך.

אזוי איז געווען 10 מאל – דער משרת האט אים געהייסען אבגעבען

דעם לעפעל און דער תני”א האט געשריען נישט איך.

דער נגיד האט געזען וואס עס געט אן – האט ער געזאגט

אבער דער ייד איז אזוי שטארק ביי זיך זאל מען באזו באזוכען

דעם משרת אליין. – און מען האט תאקי אליין געפונען ביי אים די

גניבה. מען האט דעם תני”א מפייס געווען און דעם תני”א

איז אהיימגעקומען.

דער מנהג איז געווען אז ווען מען איז צוריקגעקומען פון אזא

שליחות האט מען זיך צום ערשטען געדארפט מעלדען בייים

מגיד. דאפאר איז דער תניא זאפארט צוגעגאנגען צו דעם

מגיד’ס דירה און נאך עדער ער האט אנגעקלאפט אין דער טיר

האט דער מגיד אויפגעמאכט די טיר – אויסגעשטעקט די האנד

און אים געגעבען שלום. “זלמינו – האט ער געזאגט – יעצט פאר-

שטייסט דו שוין אז פאר איינמאל זאגען איך מוס מען 10 מאל

האבענדיג יסורים שרייען נישט איך.

 

ר’ מרדכי שלום יוסף פרידמאן – סאדאגארער רבי

געהערט י”ט כסליו ביים טיש פון זיין פאטער ר’ אהרן