דער מלאך האט אין גאנצען געלעבט מייט זיין פרוי פיר מאל.

בשעת זי האט געשוואנגערט דאס ערשטע מאל האט ער געזאגט: נישט דאס האב איך געמיינט. און זי האט מפיל געווען. 

דאס צווייטע מאל האט ער אויך אזוי געזאגט און זי האט ווידער מפיל געווען.

בשעת זי האט געשוואנגערט דאס דריטע מאל האט מען מורא געהאט דעם מלאך אויס צו זאגען און ר’ ישראל חיים איס געבוירען געווארען. ווען מען האט אים אונגעזאגט די בשורה האט ער דער מלאך ווייטער געזאגט: איך האב דאס נישט געמיינט אבער אז עס איס שוין דא זאל עס זיין.

ווען די רביצין האט געשוואנגערט דאס פערטע מאל האט דער מלאך זיך אונגערופען: אט דאס האב איך געמיינט, און ר’ שלום איס געבוירען געווארען.

 

י.פ.

הרב רייטער

פראהאבישטער רב