נאך דער פטירה פון דעם מלאך איז די רעביצין פריידע אוועגעפוהרען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין טבריה.

זי האט נעבעך נישט געהאט פון וואס צו לעבען האט זי געוואשען פרעמדע וועש אום צו האבען חיונה.

אין טבריה איז דעמולט געווען ר’ מענדעל וויטעבסקער. אז ער האט געהערט די מעשה מיט דעם מלאך’ס אלמנה איז ער שטארק איבעראשט געווארען און איז געקומען צו איהר זיך איבערצוצייגען צו די {די} מעשה איז תאקי אמת. האט ער זי געטראפען ביי דער ארבייט. האט ער איר א פרעג געטון: איר מוסט תאקי וואשען וועש. ער האט געמיינט דאס זי מוס וואשען איר איינ אייגענע וועש ווייל זי איז צו ארם צו דינגען א שיקסע.

זי האט אבער געענטפערט: ניין רבי! דאס איז נישט מיין וועש – עס איז פרעמדע וועס.

 

{בעט כחול בכתב ידו של השל: (אייגענע וועש וואלט[?] געווען[?] אַ בזיון[?] פאר חיונה איז עפעס אנדערש ?)}

 

י.פ)

הרב גאלד