אין ריזשין האט געוווינט א ייד מיט דען נאמען מאשקע וואס איז געווען א גרויסער גדול בתורה.
ער איז אין אנהייב געפארען קיין אבט אבער שפעטער האט ער זיך באהעפט אין דעם ריזשינער.
ר’ מאשקע האט זיך דערוואוסט דאס דער אבטער רב ווייסדאס ער פארט שוין נישט קיין אבט נאר צום ריזשינער. ער האט {מורה}[מורא] געהאט דאס צוליב {פחיסת} [פחיתות] הכבוד קען עס נאך שאדען דעם ריזשינער.
האט ער געוואלט פועל’ען ביים ריזשינער דאס ער זאל פארען קיין אבט איבערבעטען {אלמאי}[הלמאי] ער האט ביי אים צוגענעמען אזא געהויבענען מענשען. ער האט זיך אבער געשעמט דירעקט צו רעדען מיט דעם ריזשינער וועגען דעם ענין. איז ער געגאנגען צו דעם ריזשינער’ס מוטער און זי איז געגאנגען צום ריזשינער ביי אים פועל’ען. לכתחילה האט ער נישט געוואלט פארען אבער אז די מוטער האט גוזר געווען בגזירת כבוד אם איז דער ריזשינער געפארען קיין אבט. מאשקע איז מיטגעפארען.
געקומען קיין אבט איז דער ריזשינער געקומען צום אבטער און האט אים געוואלט איבערבעטען. האט אים דעם אבטער נישט געלאזט: “עצט זענד גרויס אין דעם היכל און אין דעם היכל (ער האט אויסגערעכענט עטלעכע היכל’ס) איר דארפט מיך נישט איבערבעטען! אבער דעם מאשקע בין איך נישט מוחל – ער וועט נישט מוצא שנתו זיין.[“]
דער ריזשינער מיט זיין עולם און מאשקע [זיינען] צוריקגעפארען קיין ריזשין. אויף דעם וועג זענען זיי איינגעשטאנען אין א קרעטשמע. מען האט געדאווענט מנחה, געטרונגען לחיים. דערנאך הייסט דער ריזשינער ברענגען א טהרה ברעט און געהייסען ר’ מאשקע זיך אויסשטרעקן דארויף. מען האט אים צוגעדעקט און דערנאך האט דער ריזשינער געהייסען מאכען הקפות און דאן אהיימגעפארען. ר’ מאשקע איז געבליבען לעבען.
אין א צוויי יאר ארום איז געווען א חתונה אין אבט. דער ריזשינער איז געפארען קיין אבט אויף דער חתונה און ר’ מאשקע איז מיטגעפארען.
אז מען האט געזען ר’ מאשקע אין אבט איז געווארען א גרויסער רעש – סטייטש דער אבטער האט דאך אויף אים געזאגט דאס ער וועט נישט מוצא שנתו זיין.
האט דער אבטער רב זיך אנגערופען: איך האב נישט געוואוסט דאס דער ריזשינער קען מיך אזוי בעארבייטען.
י.פ) אייזיק בראנשטיין