דער ריזשינער איז איינמאל געווען ביים אבטער רב בשעת ער איז אלט געווען 16 יאר אלט. האט אים דער אבטער רב שטארק מכבד געווען. אין דער זעלבער צייט זענען געווען אסך חשובע רבנים און רביס דארט.

האט מען דער אבטער רב געפרעגט – היתכן – ווי קומט עס דאס איר דער אבטער רב {הגדוש}[הגדול] {שבחברותא} [שבחבורה] זאל זיך אזוי בויגען פאר אזא יונגען מאן?

האט דער אבטער רב געענטפערט: שלמה המלך האט מחבר געווען משלי, קהלת און שיר השירים. זיי זענען אלע הייליגע ספרים אבער משלי און קהלת זענען תאקי קדוש אבער שיר השירים ווייסט מען איס דאך קדשי קדשים.

איך שווער אייך יידען! די אלע מסובים דא זענען תאקי קדוש אבער דער ריזשינער איז קדשי קדשים.

 

י.פ)                                                                                                          אייזיק בראנשטיין