א ווינער ייד איז געפליכטעט פון רוסלאנד נאך עסטערייך. האט ער זיך געענדערט דעם נאמען, אבער על פי טעות האט ער זיך גערופען אויף ביידע נעמען. דאס איז געווען א קרימינעלע זאך.

 

האט מען אים גערופען אין געריכט אריין. ער האט שטארק מורא באקומען און איז געקומען צום אלטען קאפיטשיניצער. האט ער אים אנגעוואונשען און אים געהייסען אז ער זאל געען אין געריכט אין צייט.

 

דער ייד האט געפאלגט און איז געקומען א ציטערדיגער אין געריכט און געוויזען דאס פאפיר דעם ערשטען בעאמטען וואס איז געזעסען. דער בעאמטער האט אים געשיקט צו א צווייטן און דער צוויטער צו אן אנדערעם. קיינער האט נישט געוואוסט וואס צו טוען מיט אים ביז ער איז געקומען צום העכסטען בעאמטען  – האט ער נאכגעקוקט אלע זיינע ביכער און אז ער האט נישט געפונען זיין נאמען האט ער אים געהייסען אהיימגעען.

 

דערנאך איז ער געקומען צום קאפיטשיניצער און דער ציילט די מעשה

 

האט דער קאפיטשיניצער זיך אנגערופען: איך האב זיי אלע די קאפ פארדרייט.

 

י.פ)                             

אברהם ליפע פאפיק