ווען ר’ אברהם סאכאטשאווער איז געווען א אינגעל האט ער געלערנט ביי א שוחט וועלכער איז געווען א היימישער ביים סאנצער – דער דברי חיים. 

האט ער אמאל דערציילט פון דעם גרויסקייט פונ’ם סאכאטשאווער, בשעת ער איז געווען נאך א אינגעל פון אן אכט יאר אלט. 

 

דעם סאכאטשאווער’ס פאטער איז געווען א גרויסער גדול – דער מחבר פום אן ספר – אגודת אזוב – ער איז געווען א רב אין זיין שטעטעל און האט געלערנט שעורים פאר זיינע תלמידים. 

איינמאל ביים שעור האט זיך אברהם’לע צוגעהערט און דערנאכדעם האט ער זיך אנגערופען: טאטע – דיין קושיה איז נישט קיין קושיה און דער תרוץ אויך ניט. 

דער טאטע האט לכתחילה נישט צוגעהערט אבער אז ער האט אנגעהויבען נאכקלערען האט ער דערזיין אז זיין איז זון איז גערעכט.

אזוי איז געווען עטלעכע טעג. דער פאטער האט מורא געהאט דאס ער וועט פארשעמט ווערען פאר זיין שטאדט און האט זיך אויסגעבייזערט אויף אברהם’לע ער זאל אים אויפהערען פערדרייען דעם קאפ. אבער פון דעמולסט אן האט ער נישט אריינגעלאסט אברהם’לע צו זיין שעור.

 

י.פ)                                                                                                    סאנצער רבי