איין מאל איז דער חפץ חיים געזעצען מיט בחורים און זיי האבען געשמוזט פון חשבון הנפש. האט ער זיי דערציילט ווען ביי אים האט זיך געטראפען זיין ערשטער חשבון הנפש.

 

ווען ער איז געווען א יתום פון 12 יאר איז ער געפוהרען אין אן אנדערע שטאדט און האט דארט געלערנט אין א קלויז. דער חבר מיט וועמען ער האט געלערנט איז געווען א שענער הויכער בחור וואס האב ביי יעדעם שען אויסגענומען.

 

איינמאל אין איז געקומען א ייד אין שטעדטעל זוכען א חתן און האט ממילא אויסגעקליבען דעם חבר פונ’ם חפץ חיים, און האט אים אוועגגעפיהרט צו זיך נאך ווארשא.

 

דער נאכדעם שרייבט דער חפץ חיים, איינער אן אלמן, דאס ער האט געהערט דאס ער האט א מוטער אן אלמנה און וויל מיט איר חתונה האבען – אבער מיט דעם תנאי דאס – ער דער חפץ חיים זאל חתונה האבען מיט זיין טאכטער. וואס טוט מען נישט צוליב א מאמען? איז ער איינגעגאנגען דארויף און ער איז אהיים געפוהרען און מען האט געשריבען דאפעלטע תנאים. 

צוריקגעקומען איז דער חפץ חיים גלייך ווי ער איז אוועגג-עפוהרען מיט דער זעלבער צערקראכענע קאפאטע און צעריסענע שטיוולעך – ווייל דער מחותן נעבעך איז געווען א גרויסער קבצן – אן עני ואביון.

 

אין א האלב יאר איז צוריקגעקומען זיין חבר פון ווארשא אויסגעפוצט אין א נייער זיידענע קאפאטע און שענע שטיוועלען. אבער דער עיקר מיט וואס ער האט זיך בארוהמט איז געווען זיין גאלדענער שווערער זייגער.

דער חפץ חיים האט זיך מודה געווען דאס דאס גאלדענע זייגער האט אים – חאטש נאך א קינד – שטארק אימפאנירט.

דער חבר האט אים איינגערעדט: דו דארפסט אויך פארלאנגען וואס עס קומט דיר. דער מחותן וועט שוין מוסען נאכגעבען. איך גיב דיר אן עצה! פוהר צום מחותן שווער אויף שבת און רעדט ווערטער: אדער איר גיט מיר אן גאלדענען זייגער אדער {אוית} [אויס] שידוך.

דער חפץ חיים האט זיך געלאסט איינרעדען. ער האט געהאט א פאר גראשען – האט ער געדונגען א דראשקע און זיך גענעמען אין וועג אריין – נאך ראדין.

בשעת ער איז אזוי געפוהרען טרעפט ער אויף דען וועג א שענען פרעכטיגן פיאקער וואס האט בעלאנגט צו א גרויסען גביר.

און פונקט ווי זיי טרעפען זיך פאסירט דאס {ער} [עס] איז געווען א גרויסע בלאטע און אזוי ווי דער פיאקער האט זיך עפעס א גליטש געטון און דער גביר איז אריינגע-פאלען אין דער בלאטע – און זיין שווערער גאלדענער זייגער פאלט ארויס פון זיין קעשענע און פאלט אויך אריין אין דער בלאטע.

 

האט זיך דער חפץ חיים אונגערופען – דעמולט האב איך געהאט דעם אמת’ן חשבון הנפש – אט אזא גאלדענע זייגער וואס איך פוהר נאך אים קען אויך פאלען אין דער בלאטע אריין – וואס דארף איך עס – וואס טויג עס מיר?

 

י.פ)

אברהם פעל פערלאוו

אליין געהערט פונ’ם חפץ חיים