דער נודע ביהודה אין איינע פון זיינע שאלות ותשובות זאגט זיך הערויס אנטקעגען דעם וואס מען זאגט לשם יחוד קודשא בריך הוא פאר א ברכה, ווייל ער האלט עס פאר אן הפסק. און ווייל די חסידים האבען יא געהאלטען פון צו זאגען לשם יחוד זאג טייטשט ער אויס דעם פסוק “ישרים דרכי ה’ צדיקים ילכו בו ופושעים יכשלו בו. צדיקים ילכו בו וחסידים יכשלו בו.
איינמאל איז געקומען אן עניקעל פונ’ם נודע ביהודה צו דער ריזשינער און האט אים געזאגט דאס ער וויל איבער-דריקען די שו”ת פון’ם נודע ביהודה און האט דאביי דערמאנט דאס ער וויל הערויסווארפען דאס ווארטשפיל פון דעם אויסגעטייטשטען פסוק און צוריקשטעלען דאס אריגינאל: ופושעים יכשלו בו.
ענטפערט אים דער ריזשינער: לאז אב. דער זיידע האט געמאכט פון חסידים פושעים חסידים און דו ווילסט מאכען פון חסידים פושעים
י.פ.