צום אפטער איז אמאל געקומען א חשובער ייד אויף סוכות. בא נאכט צום עסען האט ער געזען דאס עס זענען נישט דא קיין אנדער אורחים האט ער זיך געזעצט נעבען דעם אפטער. האט דער אפטער אים געהייסען זיך ארופ- רוקען. דער ייד האט זיך שטארק געוואונדערט און אז ער האט אים געפרעגט פארוואס האט אים דער אפטער געענטפערט – דאס דער פלאץ איז פאר די געהויבענע געסט די אושפיזין.
דער ייד האט געבעטען דאס ער וואלט געטון אלס אין דער וועלט ער זאל זיי זען. האט אים דער אפטער געענטפערט דאס דאס איז נאר באפשרות אבער ער זאל אויף זיך נעמען דאס ער וועט דארפען באלד שטארבען. דער ייד איז איינגעגאנגען אויף דעם אויסטויש.
דער אפטער האט א מאך געטון מיט זיי פאטשיילע און דער ייד האט געזען די אושפיזין. באלד דאנאך איז ער טאקי געשטראבען.
זאגט מען ווייל ער האט זוכה געווען צו זען אושפיזין און אויף זיך גענומען אזא קרבן האט דער אפטער פון דעמולט אנגעהויבען צו זאגען קדיש פאר נאך כגוונא.
י.פ)
מאניסטרישטשער רבי