דער ריזשינער איז הערויס פון דער {תפוסה} [תפיסה] שושן פורים (באיאנער רבי)
אן א א ייד האט זיך דערוואוסט דאס דער ריזשינער גייט הערויס פון דער תפיסה – האט ער שטארק חשק געהאט ער זאל זיין דער ערשטער וואס זאל אים געבען שלום.
איז ער אויפגעשטאנען גאר אין דער פרי, געגאנגען אין מקוה, מיטגעבראכט א פלאש בראנפן און פערבייסען און געווארט ביז דער ריזשינער איז הערויס.
אזוי איז תאקי געווען – ער איז געווען דער ערשטער אויף דעם פלאץ. ער האט דעם ריזשינער געגעבען שלום און געטרינקען לחיים.
דער נאך זאגט אים דער חסיד: דער אייבישטער זאל העלפען דאס די יסורים וואס דער רבי איז דארכגעגאנגען זאלען זיין א כפרה אויף ווייטער – אבער פון דעסט ווייגען רבי – זאלט איר זיך היטען פון יעצט אן – פון צו גנב’נען פערד
[בגליון: [דאס איז ווייסט אויס אן אנשפיל דאס דער ריזשינער איז נישט אומזיסט געזעסען אין תפיסה]]
האט דער ריזשינער אים געענטפערט: פערד האב איך נישט געגנבט אבער פאר פערד בין איך געזעסען
י.פ)
אלי’ נייגארטען
(געהערט פון אן אלטען באיאנער חסיד וואס האט נאך געקענט דעם אלטען סאדאגארער)