בשעת דער בעשט איז געווען אויף דען וועג נאך ארץ ישראל האט ער זיך אבגעשטעלט אין קאנסטאנטינאפעל און אין אייגעשטאנען ביי א חשוב’ן ראש הקהל.

עס איז פונקט אויסגעקומען פסח און צו די ארבע כוסות האט מען געגעבען דעם בעשט עפעס אן אלטען חשוב’ן וויין וואס מען האט אויף אים מבינות געזאגט אז אויב מען טרינקט פון אים נאר א קליין גלעזעל קען מען ווערען שכור. דער בעשט האט אבער אויסגעטרינקען אלע פיר כוסות פון דעם וויין און מען האט אפילו נישט דערקענט אויף אים.

 

די מעשה האט מען אמאל דערציילט פאר דעם באיאנער רבי’ן ר’ יצחק פרידמאן. האט ער זיך אנגערופען: וואס פאר א וואונדער – ער איז דאך געווען בבחינה אש אכלה אש.

 

י.פ.