ר’ שלום איז געווען א ווייטער קרוב פונ’ם ריזשינער. ער איז געווען א פראסטער און האט נישט פארנעמען קיין ארט אין דער חסידישער וועלט. ער האט אבער אויסגעזען פונקט אזוי ווי דער ריזשינער – אזוי ווייט דאס מען האט אים עטלעכע מאל פארביטען מיט אים.
איינמאל האט דער ריזשינער געדארפט זיין ביים אפטער. צופעליגער ווייזע[?] איז דער ר’ שלום אויך געווען אין יענער געגענד און איז אנגעקומען א האלבע שעה פאר דעם ריזשינער. ער איז אריינגעקומען צום אפטער און דער אפטער האט אים נישט דערקענט – ער איז געזעסען מיט אים און האט געהאלטען אין איין זיפצען.
אז דער ריזשינער איז ענדליך אנגעקומען האט זיך דער אפטער גאר מחייה געווען און האט אים געזאגט: אוי, אוי איר האט מיר גרויס עגמת נפש אנגעטון – פאר א וויילע האב איך מורא געהאט דאס איר האט גאר אן אנדער פנים.
[בגליון: כראנאלאגיש פאסט איין מעשה נישט צו דער אנדערער! (י.פ.)[
דער זעלבער ר’ שלום איז שפעטער געפארען קיין א”י און האט באקומען א שטעלע אין א כולל.
צוויי יאר נאך זיין וויילען אין א”י איז ער געקומען קיין אייראפא און איז געווען ביים אפטער.
האט דער אפטער זיך אנגערופען: זעט, זעט וואס א געוואלדיגען כח ארץ ישראל האט. זי האט דאך דעם ר’ שלום אין גאנצען מחדש געווען. עס איז ממש בחינת ראש חודש. מאכט’ס א גרויסער סעודה – פונקט אזוי ווי ראש חודש.
י.פ)
פ. לאנדוי