דער בארדיטשעווער האט אמאל דערציילט די מעשה. עס איס פארגעקומען פאר’ן בית דין של מעלה אז מען האט דן געווען אן מפרנס וואס א יידן און ער האט נעבעך געהאט וועניג זכיות. האט מען געדענקט דאס ער האט אמאל מפרנס געווען אן אלמנה און זי געראטעוועט דאס לעבען. האט מען די אלמנה ארויפגעלעגט אויף דער וואגשאל און זי האט איבעגעווויגען אלע זיינע עברות.
האט דער מקטרג געטענעט – עס איז פארגעקומען א פאל מיט א יידען וואס האט צוגעגנב’עט געלד און ביי אים האט מען גערעכנעט אלס עברה נאר די פרוטות וואס ער האט צוגעגנבעט – זאל מען ביי אים אויך וועגען דעם מענשען פון וועמען ער האט צוגענאמען דאס געלד.
האט דער מלאך מיכאל געענטפערט – זול בתר טעניה! בשלמא ביי דער אלמנה איז דאך נישט דער עיקר געווען די פאר פרוטות וואס ער האט איר געגעבען – ער האט געמיינט צו ראטעווען איר לעבען – דאפאר נעמט מען די גאנצע אלמנה וואס ער האט מציל געווען און לעגט זי אויף דער וואגשאל.
ביי דעם ייד’ן דעם גנב – האט ער אבער דאך נישט געמיינט דאס לעבען פון דעם יידן – נאר זיין געלד דאפאר וועגט מען נאר די פרוטות.
האבען צדיקי הדור געזאגט – אז דער בארדיטשעווער רב האט עס תאקי דערציילט פון דעם מלאך מיכאל אבער דאס ער אליין האט ער איז אויף דער המצאה געפאלען.
י.פ)
יעקב טייטעלבוים