ר’ חיים סאנצער איז געווען 2 מאל ביים אפטער רב. מען זאגט דאס דער אפטער רב האט נישט צו שטארק געהאלטען פון ר’ חיים. [בגליון: די מעשה ווערד דערציילט פון סאדאגאר חסידים]
איינמאל האט דער סאנצער געגעבען דעם אפטער א קוויטעל און העריינגעשריבען אין קוויטעל דאס ער בייט אויף אהבת תורה.
פרייגט אים דער אפטער: און יראת שמים? ענטפערט אים ר’ חיים: הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים.
זאגט ווייטער דער אפטער: מען דארף אבער וועלען קומען צו דער מדרגה. מיינט ר’ חיים: דארך תורה קומט מען צו {יראה} [יראת] שמים.
פרייגט אים דער אפטער: עס שטייט דאך נישט אזוי.
כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקימת, וכל שחכמתו מרד קודמת ליראת חטאו אין חכמתו מתקיימת.
און נאך האט אים דער אפטער געזאגט: אז מען טרינקט אויס א גלאס ספיריט אויף א ניכטערען מאגען ווערט מען שיכור.
זאגען טאקי סאדאגארער חסידים דאס אין די עלטערע יארען האט ר’ חיים ליב געהאט צו טרינקען
י.פ)
פנחס לאנדוי