עדער ר’ משה לעלעווער איז אבגעפוהרען קיין ארץ ישראל האט ער זיך געזעגנעט ביים ריזשינער, דעם מאגליניצער רבי און ביים אלטן בעלצער רבי.
ר’ משה איז געפוהרען {מין} [מיט] אן אייגענעם מנין יידען און איז געפורהען מיט מסירת נפש. די רבי’ס האבען אים לכתחילה נישט געוואלט לאזען פוהרען: ווי אזוי וועט איר קענען איבערלאזען אזא עדה יידן און חסידים אויף הפקר.
עס איז ווערט פונקט 100 יאר היייאר אז דער לעליווער איז געפוהרען קיין ארץ ישראל.
ער איז געווען סוכות אויף דען שיף און האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו באקומען אן אתרוג.
האט דער אלטער בעלצער זיך {געוואונדער} [געוואונדער]: א מאדנע זאך פון א צדיק. ער האט געהאט אזא חביבת הארץ דאס עס האט אים גאר נישט געארט דאס עס פעלט אים אן אתרוג.
אויף דען שיף האט אים געקאסט אסך געלט ער זאל פועל’ען ביים קאפיטאן – א גרויסער רשע – ער זאל אים ערלויבען צו בויען א סוכה.
י.פ)
סאנצער רבי