א היגער ייד האט דאס געהערט פון א יידן וואס האט נאך געקענט ר’ מאיר פרעמישלאנער (ר’ מאיר פרעמישלאנער איס נפטר געווארען אין תר”י)
דעם יידן האט ר’ מאיר געהייסען גען אין מלחמה אריין אין האט אים צוגעזאגט אז ער וועט ארויס בשלום. דער ייד האט {אגו} [אגב] מאריך ימים געווען און געלעבט 108 יאר.
דער ייד האט דערצעלט אז אין די לעצטע יארען פון ר’ מאיר’ס לעבען האט מען קיינעם נישט צוגעלאסט צו אים און ער האט געפראוועט נאר יחידי סגולה און דאס נאר דארך א לאך אין דער טיר. דער ייד געדענקט דאס דינישטיקע הענדעלע וואס ער האט הערויסגעשטעקט דארך דער טיר.
חסידים האבען געזאגט אז דאפאר לאזט ער קיינעם נישט אריין צו זיך ווייל אויב ער וואלט אנגעקוקט א יידן’ס פנים וואלט ער שוין געוואוסט אלע זיינע עברות
י.פ)
אלכסנדר ביסטריצקי