דער סאנצער רב איז געווען ביי ר’ מאיר פרעמישלאנער א יאר פאר זיין הסתלקות.

 

האט ר’ מאיר אים געפרעגט: עס איז מיר ענג אין דער דירה – איך וויל מיך ארויסציען – וואס טראכט איר דאפון?

 

האט דער סאנצער געענטפערט: פארוואס נישט! ערשט שפעטער האט דער סאנצער פארשטאנען דאס ר’ מאיר האט געמיינט דעם עולם האמת וואו ער וויל זיך אריינציען – האט ער זיך געוואלט פארענטפערן און געטענעט – ניין – די וועלט דארף אייך נאך!

 

אבער ר’ מאיר האט געזאגט: פארפאלען! איר זענט פון דעם בית דין הגדול – איר האט שוין הערויסגעזאגט – איז שוין פערפאלען.

דאס נעקסטע יאר איז ר’ מאיר נסתלק געווארען.

 

י.פ)                                                                       

אלעקסנדר ביסטריצקי

געהערט פון רידניקער רבי