אז דער מלאך איז אמאל געקומען נאך קרעמינעץ צו זיין שווער זענען די מתנגדים פון דער שטאדט – גבירים, מענשען וואס האבען פון זיך געהאלטען – געקומען צו אים אין שטוב אריין.

 

זעען זיי ווי דער מלאך שטייט ביים פענסטער און קוקט ארויס אויף די בערג – (קרעמינעץ האט געהאט אסך בערג)

 

די מתנגדים האבען שטענדיג געהערט פון דעם הייליגן דרך פונ’ם מלאך און האבען זיך געוואונדערט – גלאט שטייען ביים פענסטער און קוקען.

 

רופט זיך אן דער מלאך צו זיי: איך קוק אין זע ווי אזוי א פראסטער שטיק ערד האט זיך ארויפגעהויבען אזוי הויך.

 

י.פ)                                                                               

באיאנער רבי