ר’ יחיאל איז געווען דער ערשטער אלעקסאנדרער רבי. ער איז געפארען קיין צו {דווארקע} [ווארקע] און נאכדעם צום ביאלער רבי ר’ בערוש (דער זון פון ר’ אברהם טשעכאנאווער)
נאך דעם ביאלער’ס רבי’ן הסתלקות אין תרל”ז איז ער געווארען רבי און דעם ביאלער’ס קינדער זענען שוין געפארען קיין אלעקסאנדער.
ר’ יחיאל איז נסתלק געווארען אין תרנ”ז.
ר’ יחיאל האט געהאט 3 זין.
1) ר’ רחמיאל ישראל יצחק – דער ישמח ישראל
2) ר’ שמואל צבי – דער תפארת שמואל נפטר געווארען אין תרפ”ד
דער ישמח ישראל איז געווארען רבי אין תרנ”ד און נפטר געווארען אין תר”ע. נאך זיין הסתלקות איז דער תפארת שמואל געווארען רבי.
3) ר’ בצלאל יאיר – דער יונגסטער זון האט געוווינט אין לאדץ און האט דארט געפירט רביסטווע.
נאך תרפ”ד ווען דער תפארת שמואל איז נפטר געווארען איז זיין זון ר’ יצחק מנחם מענדעל געווארען רבי. די דייטשען האבען אים אומגעבראכט אין וועלט מלחמה II. נאך א זון פון דעם תפארת שמואל האט געהייסען ר’ חיים.
ר’ יצחק מנחם מענדעל האט געהאט 3 זון
1) דעם עלטעסטען – ר’ פייוועל דאנציגער – די רוסען האבען אים געפאנגען אין דער ערשטער וועלט מלחמה.
2) ר’ יעקב שמחה בונים
3) ר’ אברהם חיים.
י.פ)
סאדאווער רבי
הרב סעקולא