אז דער ריזשינער איז נאך גאר געווען יונג – אפשר 6-7 יאר אלט איז ער געקומען פונ’ם חדר און אז ער איז דארכ- געגאנגען א גארטען האט ער פלוצלינג הערונטערגענומען זיין קאפאליש – אים אבגעווישט מיט דעם ארמעל און אנגעהויבען שטארק צו לאכען. אז דער ריזשינער האט אנגעהויבען צו לאכען האט ר’ שלום וואס האט די גאנצע מעשה געזען – אויך ג אויסגעשאסען אין א געלעכטער.

 

האבען חסידים געפרעגט דעם ריזשינער וואס ער לאכט – האט ער געשוויגען – האט אים ר’ שלום געפרעגט: שוקי שושקיני! (אזוי האט ר’ שלום געפלעגט רופען ר’ ישראל ריזשינער) שטייטש – יידן פרעגען דיך און די ענטפערסט נישט!

 

האט דער ריזשינער דערציילט אזא מעשה: איז געווען אמאל א ייד א גרויסער ארמער מאן. איז געקומען פאר פסח האט ער נעבעך נישט געהאט אויף פסח – האט די פרוי זיינער אים אנגעזאגט אז ער זאל פארקויפ נעמען דעם זילבערנען בעכער וואס ער האט אויף קידוש – און ער זאל עס פערסעצען ביי א גוי. איז ער געגאנגען צום גוי האט פערזעצט דעם בעכער און באקומען 3 רובעל.

 

איז ער געגאנגען מיט די דריי רובעל אין שטאדט העריין איינקויפען אויף פסח. אויף דעם וועג איז געווען א גרויסער שניי און ער האט זיך געמוטשעט יעדען מעטער פון’ם וועג. אויף דעם וועג טרעפט ער א גוי מיט א געפגר’טען פערד. רופט אים דער גוי צו – און פרעגט אים צו ער וויל קויפען דעם פעל פון דעם פערד און ער וועדט אים נאך אבשינדען די הויט

 

אויך. דער שניי איז געווארען אלס ערגער און ער וואלט אזש דערפרוירען געווארען ווען נישט א גרויסע קארעטע וואלט דארכגעפוהרען און אים מיטגענומען מיט זיין פעל, וואס איז געווען זייער שווער און פיל מיט אנ פארפרוירענעם וואסער.

 

איז געקומען אין שטאדט אריין האט ער פארקויפט דאס פעל פאר זעקס רובעל. האט ער איינגעקויפט כלארליי מאכלים פאר פסח און האט נאך מיט זיך מיטגענומען די דריי רובעל וואס זענען אים איבערגעבליבען רוח. געקומען אהיים איז זיין ווייב געווען מלא שמחה אין אז ער האט איר דערציילט דאס ער האט נאך געהאט ביי זיך דריי רובעל רוח, האט זי אים געראטען ער זאל אויסבעטען דעם כוס וואס ער האב פארזעצט ביים גוי – אז ער זאל קענען מאכען קידוש ביים סדר. האט ער געפאלגט און אזוי טוען.

 

אז דער ייד איז געשטארבען און איז געקומען אויף יענעם עולם האט זיך דערוויזען דאס דער ייד האט נישט געהאט קיין שום למוד זכות – ער האט אויף זיין לעבען קיין שום מצוה נישט געטון. מען האט אים שוין געפירט אין גהנם אריין – לויפט צו א מליץ יושר און דערציילט די מעשה מיט דעם פארזעצטען כוס. און אז מען האט אים הערויסגעזעצט אויף דער וואגשאל האבען נאך אלס זיינע עברות איבערגע- וואויגען. האט דער מליץ יושר זיך אנגערופען – נו ווארף ארויף דאס פעל אויך אויף דער וואגשאל – און אז מען האט געווארפען דאס פעל האט זיך דאס אנגעזאמעלטע וואסער זיך אויסגעגאסען און ארונטער אויף דער ערד געפאלען. האט דאס דער ריזשינער דערפילט אויף זיין קאפעלוש און דאפאר געלאכט.

 

י.פ)                                                                                     

ירמי’ כץ

באיאנער חסיד