אז ר’ שמואל אבא איז צוריקגעקומען פון מאסקווע איז ער איינ- געשטאנען דעם ערשטן שבת ביי ר’ גדלי’ אהרן זיין איידעם. ביים עסען רופט זיך אן ר’ שמואל אבא – דערלאנגט מיר אן איי מיט אביסעל זאנד צוקער און א ביסעל עסיג וועל איך מאכען א מאכל – און האט דאביי דערציילט די מעשה.

 

אז ער איז געזעסען אין תפיסה צוזאמען מיט דעם ריזשינער האט מען סיי אים און דעם ריזשינער געטראגען עסען פון דרויסען. האט זיך ביי ריזשינער געטראפען א שאלה – און עס איז אים אויסגעקומען אז ער האט נישט וואס צו עסען – האט ער געשיקט צו ר’ שמואל אבא מיט א בקשה אפשר קען ער אים עפעס געבען צו עסען. האט ר’ שמואל אבא געוואלט מקיים זיין הכנסת אורחים מיט אלעס וואס ער פארמאָגט. האט ער אים געמאכט א מאכל פון די זאכען וואס ער האט דעמולט געהאט ביי זיך – אן איי אביסעל זאנד צוקער און א קאפ עסיג. דענוך האט ער געפרעגט דעם ריזשינער’ס שמש צו דער ריזשינער האט הנאה געהאט פון זיין מאכל. האט דער שמש געענטפערט – יא, יא ווילד הנאה געהאט.

 

האט ר’ שמואל אבא פארענדיגט: אז דער ריזשינער האט דאפון הנאה געהאט וויל איך דעם ערשטן פרייען שבת עסען דאס מאכל.

 

[בגליון: פנחס לאנדוי זאגט “דאס האט ר’ אב שמואל אבא דערציילט כאטש מען  ווייס אז ער האט נישט  געהאלטען פון דעם ריזשינער”[

 

י.פ)                                                                                 

פנחס {לאנדו} [לאנדוי]