ר’ נחמן סקארלאטער [סקאליטער] – געשטאמט פון ר’ פנחס קאריצער און ר’ מעכעלע זלאטשאווער.
ער איז געווען אמאל אין ריזשין אויף שבת און עס איז געווען שוין שפעט ביי נאכט און צייט צו מאכען קידוש. דער ריזשינער איז שוין געווען גערייט צו מאכען קידוש אבער ר’ נחמן איז נאך נישט דא. האט דער ריזשינער געשיקט א שליח צו אים ער זאל קומען צום קידוש אז דער ריזשינער ווארט אויף אים. האט דער שליח אים געטראפען שטייען שמנה עשרה. אזוי איז געשען 2 מאל. 2 מאל האט דער ריזשינער געשיקט שליחים און זיי האבען געמוסט צוריגעהען און דערציילען דאס ר’ נחמן שטייט נאך שמנה עשרה.
צום דריטען מאל רופט זיך אב דער ריזשינער: שטייטש דער בעטלער שטייט נאך און בעטעלט. האט ר’ נחמן מרגיש געווען דאס דער ריזשינער ווארט אויף אים און איז געשטאנ אויסגעשטאנען אויסגעגאנגען שמנה עשרה..
אז דער ריז ער איז געקומען אין חדר וואו דעם ריזשינער שטייט און ווארט אויף אים – האט דער ריזשינער אים געפרעגט אזוי לאנג געבעטען! פארוואס?
[בגליון: דעם ענטפער?[
ר’ נחמן האט געהאט א זון ר’ מעכעלע – ער האט נישט געפירט קיין רביסטווע. ער איז געפוהרען קיין סאדיגארא.
י.פ)
יעקב פלאנצגראבען
דוד געלבטוך
קאפיטשיניצער חסיד