(די מעשה האט דערציילט ר’ שמואל ענגעל צו ר’ יעקב פלאנצגראבען)

 

ר’ שמואל ענגעל דער {דאדימישלער} {ראדימישלער} רב (א נאענטער קרוב פון ר’ יוסף ענגעל) איז יונג געווארען א יתום. זיין מוטער איז געווען אן ארעמע אלמנה.

 

דאס יינגעל האט געוויזען געוואלדיגע אייגענשאפטען אבער איז געווען זייער ווילד. אמאל האט ער געקענט אויף-זיין גאנצע נעכט און לערנען בהתמדה און אן אנדער מאל איז פאר- בייגעגאנגען גאנצער טעג און האט נישט אנגעקוקט קיין צורת אלף.

 

איז די מוטער געפארען צום סאנצער רב – דעם דברי חיים, און האט אים מיטגענעמען. זי האט זיך שטארק צערוויינט ביים סאנצער און האט זיך באקלאגט דאס זי האט א זייער א טייער יינגעל מיט גרויסע כשרונות – אבער איז שטארק ווילד.

 

האט אים דער סאנצער רב צוגערופען און האט אים געזאגט: הער דיך צו קינד – זאלסט פאלגען דער מאמע דיינער – און אויב די וועסט פאלגען די מאמא וועסט דו אויפוואקסן א מלאך מלך בישראל.

און האט אים אנגעזאגט די ווייטערדיגע זאכען

 1) זאלסט נישט לערנען שרייבען ביס צו 13 יאר

 2) זאלס שטענדיג דאווענען אין א סידור

 3) זאלס הארען דער מוטער.

 

ר’ שמואל ענגעל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט זיך אנגערופען: איך האב דען סאנצער געהארכט [?\געפארכט?] און קיינמאל נישט חרטה געהאט

 

י.פ)                                                                               

יעקב פלאנצגראבען

א תלמיד פון ר’ שמואל ענגעל