א זון פון דעם באבע סאנצער ר’ שלמה דער זיידע פון דעם באבאווער רבין – איז פלוצלינג פרייטאג צו נאכט געפערליך שלאף געווארען – און מען האט באלד געזען דאס עס האלט שמאָל. ער איז נאך געווען א גאר א יונגער מאן – איז דער פחד און דער שמערץ געווען א דאפעלטער. עס איז געווארען א געוויין א {ילילא} [יללא] אבער אויף דען דעם סאנצער האט מען נישט געזען קיין שום שינוי – מען האט {געוואט} [געוואלט] צו גייען צו אים ער זאל בעטען רחמים רחמים אבער ער האט געענטפערט: הייינט איז שבת!
שלש סעודות האט ער געמאכט א ביסעל קערצער – הבדלה געמאכט און דער עולם האט שוין מיט אומגעדולד געווארט ער זאל העריינגייען צום זון וואס ליגט אויף דעם טויטענבעט. ער האט זיך אבער נישט געאיילט – פארעכערט זיין לולקע און עס איז געווארען אזא רויך אין שטוב אז עס איז געפאלען א פחד אויף יעדעם.
דערנאך איז ער העריין אים חדר ווי ר’ איז געלעגען. ער איז געשטאנען עטלעכע מינוט – געגאסען מיט טרערען און האט זיך אנגערופען:
זאלסט נישט מורא האבען – אז דו וועסט קומען אויף דעם עולם העליון וועלען מיינע חברים און הייליגע רביס די שוין ביישטייען – עס וועט דיר גאר נישט פעלען.
י.פ)
יעקב פלאנצגראבען
(פלאנשעווער חסיד)