ר’ יעקב יוסף דער ערשטער אוסטראה’ער רבי איז געווען אן איידעם ר’ חיים בער’ס פון סאטינאוו – א גביר און א חסיד פון ר’ ברוך {מערזשביזשער} [מעשביזשער].

 

ווי ער איז געווארען אן איידעם ר’ חיים בער’ס {דעציילט} [דערציילט] מען אזא מעשה.

 

איינמאל איז ר’ חיים בער געפארען אין א יאריד מיט אסך סחורה. אבער עס איז אים זייער שלעכט געגאנגען די מסחרים אין האט אסך געלט אנגעוווירען.

 

רופט ער זיך אן: רבונו של עולם! דו חאפסט (מיין געלד) איך וויל אויך חאפען (מצוות)

 

האט זיך געמאכט דאס א {פרץ} [פריץ] האט אנגעזעצט און מען האט געמאכט אן אויס פערקויף פון זיין פערמעגען. האט מען אויך געשטייגערט א טייערען זילבערען הענגלייכטער פאר 72 לעכט. און ר’ חיים בער האט געקויפט דעם הענגלייכטער פאר ר’ ברוך מעזשביזשער פאר א מתנה.

 

ווען ר’ חיים בער איז געקומען קיין מעזשביזש איז ר’ ברוך געווען אין מקוה. איז ר’ חיים בער אריין אין שטוב – הערויס- געווארפען דעם אלטען הענגלייכטער און אויפגעהאנגען דעם נייעם זילבערען, און האט געקויפט די שנסטער לעכט און אנגעצינדען.

 

אז ר’ ברוך איז אהיימגעקומען פון דער מקוה און האט דערזען דעם נייעם הענגלייכטער האט ער געזאגט: דאס האט מיר אוודאי אבגעטון ר’ חיים בער. ער האט אים געלאסט רופען און אים געזאגט: דאפאר ווייל די האסט מיר פארלייכט די אויגען זאל די דער אייבערשטער אויך פארלייכטען די יארען מיט אן איידעם וואס וועט פארלייכטען די וועלט.

 

י.פ)                                                                                 

קינעווער רבי