I

יחוס פון דעם קינעווער רבי1

 

דער איצטיגער קינעווער רבי ר’ אברהם איז דער זון פון ר’ יעקב יוסף וואס האט זיך צו ערשט באזעצט אין קינעווע און אזוי מיסד געווען די קינעווער – אוסטראה’ער גזע.

 

מען האט ר’ יעקב יוסף האט געפירט רביסטווע פון ווען ער איז געווארען 30 יאר אלט. ער איז נתגדל געווארען ביים אלטען סקווערער – ר’ יצחק.

 

ר’ יעקב יוסף’ס רביצין האט געהייסען שרה סאסיע און איז געווען די טאכטער פון א גביר ר’ הירש לייב שפירא – א שיינער בכבוד’יגער ייד צו וועמען זיי דער ריזשינער און דער טשערנאבילער האבען געשריבען שיינע בריף. זי איז נפטר געווארען מ”ח ספירה און איז אלט געווען 48 יאר אלט. מען האט אויף איר איר געזאגט 48 שבחים. מען האט זי גערופען די מוטער שרה – פאר אזא צדקת האט מען זי געהאלטען.

 

דער סקווערער האט געזאגט אויף ר’ יעקב יוסף – גיט א קוק –  – חסידים – ווי א קינד וואקסט אן א טאטען.

ווען ער איז געווען 30 יאר אלט איז געקומען אן עדה יידן פון קינעווע און האבען אים געבעטען ער זאל זיך באזעצען אין ביי זיי אין שטאדט.

 

מען האט אפילו געזאגט דאס קינעווע איז זיך מתיחס מיט דעם רבין און דער רבי איז זיך מתיחס אין אוסטראה פון וואנעט ער שטאמט.

 

ר’ יעקב יוסף איז נפטר געווארען אין ווארשא אין אן עלטער פון 72 יאר – ח”י שבט תרפ”ב.

 

דער קינעווער זאגט דאס דער זיין טאטע ר’ יעקב יוסף האט געהאט כמעט אלע חסידים יראים ושלמים, בעלי מדות, תלמידי חכמים. ר’ יעקב יוסף האט שטארק געארבעט בעולם התאחדות און האט נאר געוואלט דאס צווישען זיינע חסידים זאל זיין אחדות – נישט מאכען קיין שום חלוק צווישען גבירים און קבצנים.

 

ר’ אלטער – דער קאנסטאנטינער רב – א גאון עולם – איז געווען צווישען זיינע חסידים.

 

ר’ יעקב יוסף האט געהאט א ברודער ר’ יצחק אייזיק, וואס איז געווען רבי אין אוסטראה. ער איז געווען 47 בשעת ער איז נפטר געווארען. זיינע קינדער זענען געווען בעלי בתים.

 

_______________   ________________

 

דעם קינעווער’ס זיידע ר’ אברהם איז געווען רבי אין אוסטראה ער איז נפטר געווארען שמחת תורה תרכ”ו, אין אן עלטער פון 47 יאר. {על} [ער] ליגט אין אוסטראה

 

זיין רביצין אדעל איז געווען ר’ אייזיק’ס טאכטער. ר’ אייזאק איז געווען ר’ נחמן בראסלאווער’ס איידעם.

  1. זע: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=3927&sid=34cf8b724d49fcefe69cc30daf0fd0ec