די באציאונג צווישען חסידים און מתנגדים אין לידא קענען כאראקטעריזירט ווערען פון דער מעשה.
אין תרצ”א איז לידא אבגעברענט געווארען.דאס חסידישע שטיבעל איז אויך אין פלאמן אויפגעגאנגען. דאס איינציגע שטיבל וואס איז איבערגעבליבען איז געווען א שניידעריש שול, און די חסידים האבען אויך נעביך געדארפט דאווענען דארט.
סוכות האט געדאוונעט פאר דעם עמוד א חסיד א חיוב און ביי קדיש האט ער געזאגט: ויצמח פורקניה.איז אויפגעשפרינגען א שניידערישער {מתנגיד} [מתנגד] מיט גרויס כעס!
בלוט וועט זיך גיסען – האט ער געשריען – אבער אין א מקום קדוש וואט מען נישט זאגען קיין ויצמח פורקניה.
י.פ)
מ. איווענסקי