ר’ רפאל בערשעטער – א תלמיד פון ר’ פנחס קאריצער – איז געווען זיין גאנצער {עובדא} [עבודה] אויף זיך אויסצוארבעטען דעם אמת.

איינמאל אין מיטן ווינטער –  אין א גרויסען פראסט –  האט אנגעקלאפט ביי אים אין טיר א ייד בעטען א בקשה.פרעגט אים ר’ רפאל ווער איז ביי דער טיר – ענטפערט דער ייד: איך וועלוועל!

זאגט אים אב ר’ רפאל: אויב דו ביסט נאך ביי דיר אן “איך” קענסט דו צו מיר נישט אריינקומען אין שטוב אריין.

 

י.פ)                                                                                       

הירש לעדערמאן

באיאנער חסיד