פון ר’ יוסף טאמאשאווער דערציילט מען דאס פאלגענדע {מופס} [מופת].
טאמאשאוו איז געווען ביי דער גרעניץ צווישען עסטערייך און רוסלאנד – זענען דארט איינגעשטאנען קאזאקען.איינער פון די הויכע אפיצירען האט זיך דערגלוסט צו גען אין מקוה מיט זיין פרוי און צו נעמען דארט א וואנע. – האט דער עולם און די ווייבער נישט געקענט גען אין מקוה.
האט מען דאס דערציילט ר’ יוסף און באלד דערנאך איז דעם אפיציר’ס יונגעל געטראפען געווארען פון א שטיין און געהרג’ט געווארען.
דער אפיציר האט גענעמען זיינע גאנץ מיליטער און האט געוואלט אריינגען צום טאמאשאווער אנמאכען א פאגראם צוליב דעם טויט פון דעם אפיציר’ס יונגעל.
אזוי ווי דער אפיציר איז אריין אין חדר פון ר’ יוסף טאמאשאווער – האט ר’ יוסף די פיר ציצית פון זיין טלית אנגענומען אין דער האנד אריין און דער קאזאך איז געבליבען שטיין ווי א פארשטיינערטער – האט זיך נישט געקענט רירען.
און דערנאך דערציילט מען נאך אז אין א שפעטערדיגע מלחמה – איז דער אפיציר צוריקגעקומען פון דער שלאכט און אויך געהרגט געווארען פון א שטיין.
י.פ)
טאמאשאווער רבי
הרב מ. פרישערמאן