איינמאל איז ר’ מאטעל טשערנאבילער געקומען קיין סלאוויטא. איז מען געקומען צו ר’ משה דער סלאוויטער רב {אנזאגער} [אנזאגען] דאס דער טשערנאבילער איז אין שטאדט און כלאוונע – דעם טשערנאבילער’ס משרת איז אויך געלאפען צום סלאוויטער רב און אים געזאגט: “בעל בית דער רבי איז שוין דא.”
האט אים דער סלאוויטער געענטפערט: גע זאג דיין רבי’ן אז איך בין נישט זיין בעל בית און ער איז איס נישט קיין רבי!
י.פ) פנחס לאנדוי