ר’ בענציל סטריער האט אבער שטארק געהאלטען פון דעם סאנצער – חאטש ער איז געווען א מתנגיד. 

ער האט געזאגט א משל. געקומען צו א פאבריק ווי עס איז געווען צו פארקויפען סחורה צוויי סוחרים. האט מען איינעם געוויזען סחורה און פארלאנגט א געוויסען פרייז. האט יענען אנגעביטען 50% און דאס רעסט אויף אויסצוצוהלען. האט מען באלד געמאכט דאס געשעפט.

 

יענער האט געזען ווי אזוי מען האט געמאכט מאכט געשעפטען האט געמיינט ער וועט זיין א קלוגער. אז מען האט אים געוויזען די סחורה האט ער אנגעביטין דאס באר[?] [דער?] געלדוועט ער גאר נישט געבען – און מען מוס מען אים גלויבען אויף דעם גאנצען. איז געווארען אויס געשעפט ווייל מען האט אים געזאגט: מילא דער ערשטער סוחר האט געוואלט געבען חאטש 50% – האט מען געזען ער מיינט ערנסט. דו ווילסט גאר נישט געבען – ביסט דו ווייסט אויס א שווינדלער.

 

אזוי אויך מיט דעם סאנצער – האט ר’ בענציל אויסגעפירט. קענען לערנען איז חאטש 50% פון דעם ווערט פון א מענשען. ער ווייסט באלד דאס ער האט די 50% – אויף די אנדער 50% געטרוי איך אים שוין.

י.פ)                                                                                                     ר’ משה כהן