אים לעצטען יאר פאר זיין הסתלקות איז דער {שטעפעשטער} [שטעפענעשטער]אויף דען וועג אין די בעדער געווען אין סאדאגארא. 

 

בשעת ער האט זיך געזעגנעט מיט דעם סאדאגארער איז ער געשטאנען מיט איין {פון} [פוס] אויף דען פייטאן און דעם אנדערען פוס אויף דער ערד און האט דערציילט די מעשה:

אז דער רבונו של עולם האט געוואלט חרוב מאכען דעם בית המקדש איז געקומען דער ס”מ און האט נישט געוואלט צולאזען ווייל אים איז אוסגעקמען דאס ער וועטפון דעם גאר נישט האבען – מען וועט אים סיי ווי סיי {באשודיגען} [באשולדיגען] און משפט’ן פאר דעם חורבן בית המקדש. אבער דער רבונו של עולם האט פארט געטון זיינס, און דאס בית המקדש איז חרוב געווארען.

 

איין שם איז געבליבען פונ’ם בית במקדש – א הייליגע אומפארשטענדליכער שם וואס דער רבונו של אדם עולם האט געזאגט דאס קיין בן אדם אדער נברא ווערד אמאל וויסען פון דעם שם נאר דער צדיק הדור וועט וויסען דאס ער עקסיסטירט. 

נאך דעם חורבן [איס] האט איין צדיק הדור איבערגעגעבען דעם אנדערען די ידיעה דאס עס איז פאראן {אזה} [אזא] שם אבער קיינער האט אים נישט געקענט מגלה זיין. 

די ידיעה פון דעם שם איז איבערגעגעבען געווארען צום בעשט – פון אים צום מגיד.

ר’ שלום פראהאבישטער האט שטארק געוואלט זיך דער=וויסען דעם סוד פון דעם שם. האט ער זיך אנגעהויבען צו חבר’ן מיט דעם בעל דבר און איז געווארען אזא נוענטער מחותן מיט אים – ביז ער האט אים מגלה [געווען]

דעם סוד פון’ם שם. און ר’ שלום האט געטון מופתים מיט דעם שם. אויף דעם הימעל האט מען אים שטארק גערודפט {אלמאי} [הלמאי] ער האט מגלה דעם סוד געווען. 

דער ס”ם האט אבער נישט געדענקט וועמען ער האט מגלה סוד געווען – {אזאו} [אזוי]  קונסטיג [תיקון בכתב ידו של השל: קונציק] האט אים ר’ שלום אבגענארט.

האט דער ס”ם געווארפען גורלות. ערשט האט ער איינגעטיילט די וועלט אין טיילען. יעדען טייל ביז ער איז געקומען נאך רוסלאנד. דערנאך נאך פראהאבישט דערנאך אין דער גאס וואו ר’ שלום האט געוווינט – און דערנאך אויף ר’ שלום אליין. 

אז דער ס”ם האט אים פארגעשטעלט פארוואס ער האט אים אבגענארט האט ר’ שלום געענטפערט איך האב נישט מורא פאר דיר: אויב די וועסט וועלען טשעפען די נשמות פון מיינע קינדער – וועלען זיי זייער שטעדטעל אליין באשטייען. און אויף גופים – דער צו איז דא הייסע בעדער. 

אבער אין דעם יאר איז ר’ שלום פארט נסתלק געווארען.

די מעשה האט דערציילט דער שטעפענעשטער און האט זיך אויבגעזעצט אויפגעזעצט אויף דעם פייטאן און אוועגגעפוהרען אין די בעדער. דעם יאר איז ער נסתלק געווארען.

י.פ)                                                                                   

מאטעס העלער

באיאנער חסיד