דער סקוהלער רב, דער רמר”ז, איז געווען דעם אלטען בעלצער’ס רבין שווער. ער איז געווען א {מתנגיד} [מתנגד] און א גרויסער גדול, און דער בעלצער האט געלערנט שעורים ביי אים. בשעת דער חתונה איז דער בעלצער אלט געווען 15 יאר. 

 

דער מגיד פון’ם שטעטעל איז געווען ר’ שלמה לוצקער וואס איז נישט נאר געווען דעם מגיד’ס א תלמיד – אבער אויך זיין משמש בקודש – זיין שרייבער און סעקרעטאר.

 

איינמאל איז דער בעלצער דארכגעגאנגען ר’ שלמה לוצקער’ס הויס האט אים ר’ שלמה אריינגערופען: יונגער מאן דו געפעלסט מיר איך וויל מיט דיר לערנען חסידות און קבלה, און דער בעלצער האט צו געשטימט. אזוי וויא אבער דער שווער – דער רמר”ז איז געווען א {מתנגיד} [מתנגד] האט עס געמוזט זיין בסתר און אזוי האט געמוזט אויסקומען דאס ר’ שלמה האט מיט אים געלערנט זיין שעור אין חסידות 12 א זייגער ביינאכט.

דעם שווער’ס שעור איז האט זיך אונגעהויבען 5 אזייגער ביי טאג און אזוי ווי דער בעלזער איז אהיים געקומן פון ר’ שלמה’ס שעור 3 – 4 ביי נאכט האט ער פאסט גאר נישט געקענט שלאפען און עס האט זיך געטראפען דאס ער האט איינגעדרימעלט ביים שווער’ס שעור. 

דער רמר”ז האט עס זייער געארט און האט זיך שטארק געשעמט מיט זיין איידעם. עס האט אזוי ווייט געהאלטען דאס ער האט גערעדט מיט זיין טאכטער דאס דער איידעם טוט אים אן גרויסע בזיונות און עס וואלט כדאי געווען זי זאל אים גט’ען. 

דעם בעלזער’ס רביצין האט אבער געוווסט פון זיין חצות’דיקע שעורים אבער זי האט נישט געוואלט דער ציילען איר פאטער דאפון. 

דאס איז אזוי אנגעגאנגען א צייט. דער בעלזער האט געלערנט ביי נאכט ביי ר’ שלמה לוצקער און ביי זיין שווער’ס שעורים איז ער אפטמאל איינגעשלאפען פון גרויס מידקייט. דער רמר”ז האט געליטען גרויס חרפה פאר די אנדערע תלמידים. 

דאפאר האט ער שטארק אנגעהויבען מוטשען זיין טאכטער זי זאל גנ גט’ען איר מאן. האט זי שוין געמוסט דערציילען איר פאטער פון איר מאנ’ס שעורים און האט אים אויך דערציילט פון די גרויסקייט פון זיין צדקות און עבודה. פון דעמולט האט אים דער רמר”ז שוין אבגעלאזט און געלאסט גייען אים דרך החסידות.

 

י.פ)                                                                                                    סאנצער רבי