דער חוזה פון לובלין האט דערשפירט דאס עס וואקסט א גרויסע נשמה אין סקוהל. אזוי ווי עס זענען געווען עטלעכע געהויבענע חסי לובלינער חסידים – צווישען זיי ר’ יוסף אלעזר, איינער פון די שענסטע לובלינער חסידים – האט ער באפוילען דארך זיינע חסידים דאס ר’ שלום געפעלט אים שטארק און ער וואלט אים געוואלט זענ זעען ביי זיך.
דעם בעלזער איז געווארען שטארק שווער אויף דער הארצן. ער האט זיך נישט געוואלט שיידען פון זיין רבי’ן און מדריך ר’ שלמה לוצקער. אויך האט ער אים נישט געוואלט אויס זאגען ווייל ער האט אים נישט געוואלט פארשעמען.
דער לובלינער האט אים אבער נישט אבגעלאזט, און האט אים געהייסן קומן עטלעכער מאל. ר’ שלום האט דאן באקומען מורא פאר דעם חוזה’ס הקפדה און סוף סוף האט ער זיך דארכ=גערעדט מיט ר’ שלמה לוצקער.
ווען ר’ שלום האט זיין רבי’ן געזאגט וועגען וואס עס האנדעלט זיך האט ר’ שלמה אנגעהויבען צו וויינען: “ער האט דאך די גאנצע וועלט – וואס וויל ער פון מיר. פרידה אחת שלי ורוצה {ליטל} [ליטלה] ממני!” ער האט אבער נישט מסכים געווען און ר’ שלום איז ווייטער געבליבן אין סקוהל.
איינמאל רופט ר’ שלמה לוצקער צו ר’ שלום און זאגט אים: הער אויס! דו ביזט דאך פארט א יונגער מאן מיט פרוי און קליינע קינדער. מען דארף פארט מורא האבען פאר דען גרויסען חוזה מלובלין. פוהר געזונטערהייט.
אז ר’ שלום איז געקומען קיין לובלין, האט ער געטראפען {דארף} [דארט] צדיקי עולם, גרויסע גאונים – אבער דער חוזה האט אים אבגעגעבן גרויס כבוד און שבת האט ער אים געגעבין ששי.
י.פ) סאנצער רבי