[בגליון:] ר’ כץ האט דערציילט דאס ער האט עס געהערט פון א יידען וואס זיין פאטער איז אליין געווען ביי דער מעשה.
אז דער מלאך איז אויפגענעמען געווארען אין פאסטאוו האט מען אים געצאהלט 10 גילדען א וואך אין ער האט געלעבט אין גרויס נויט.
דעם גאנצען טאג איז ער געזעסען ביחידות און {געדאוונעט} [געדאווענט] און געלערנט. ביי טאג איז ער געווען פערהאנגען זיין פנים מיטן טלית און ווען ער האט נישט געהאט אן דען טלית {אין} [איז]זיין פנים געווען פערהאנגען מיט א פארהאנג.
קיין מגידות האט ער נישט געפראוועט – מיט קיינעם קיין ווארט נישט ארויסגערעדט. ער איז געזעסען אין זיין חדר. איין מאל אין טאג האט מען אים אריינגעשיקט א טויב אויף צו עסען אן דאס איז געווען גענוג פאר אים.
דער עולם אין די בעלי בתים זענען אבען געווארען ברוגז – סטייטש מען האט גאר נישט קיין ניצען פונ’ם שטאדט מגיד.
האט זיך דער גבאי אמאל געוואגט און אריינגעגאנגען צום מלאך אין שטוב אריין און האט אים דערציילט וועגען דעם עולם’ס טענות.
“נו וואס ווילען זיי?” פרעגט דער מלאך – זאגט דער גבאי דאס אזוי ווי נעקסטע וואך איז א ברית זאל זיך דער מלאך בעווייזען. האט ער צוגעזאגט.
אז דער מלאך האט זיך בעוויזען ביום הברית איז געפאלען אזא שרעק אויף דען עולם דאס רוב מענשען האבען געחלשט און איז קוים געבליבען א מנין פאר דעם ברית.
דער מלאך האט געגעבען דעם קינד א נאמען לייב. מען דערצעלט דאס דער לייב איז געווען אן אויסערגעווענליכער גבור אן שטארק אזוי ווי “צען לייבען.[“]
י.פ)
ירמי’ כץ