דער מלאך פלייגט באקען ערב פסח מצות און האט געשיקט דעם פאטער מדעת דעם הייליגן מגיד מצות אויף פסח.
האט מען געפרייגט דעם מגיד: געווענליך פיהרט זיך די וועלט דאס דער פאטער שיקט א זון מצות – נישט פארקערט.
האט דער מגיד געענטפערט: אזוי אבגעהיטן זיין פון א משהו מצה חמץ קען נאר זיין א מלאך – דאפאר נעם איך פון אים מצות ערב פסח’דיקע מצות.
י.פ)
ירמי’ כץ
(באיאנער חסיד)