ר’ מאיר הלוי דער מחבר פונ’ם ס’ אור לשמים איז געהאלטען געווארען פונ’ם אפטער רב צו לערנען שעורים מיט זיין זון ר’ יצחק מאיר. דעמולט האט דער אוהב ישראל געלעבט אין אפטא ווי ער איז געווען רב.

 

אמול ביי נאכט האט זיך דער אפטער רב פלוצלונג אויפגעכאפט פונ’ם שלאף און האט געזאגט דער ברצין רביצין: עס איז שוין צייט מען זאל זיך אוועג-טראגען פון דאנעט. ר’ מאיר האט שוין זוכה געווען צו זיין ממלא מקום.

 

אין דער פרי האט ער צוזאמען גערופען אלע בעלי בתים פון שטאדט און האט זיי {אנגעזאג} [אנגעזאגט] די בשורה אז ער וויל פעלאזען אפטא. די פני העיר האבען אנגע-הויבען צו שרייען און וויינען אבער דער אוהב ישראל איז געבליבען ביי זיינעם: עס איז פערפאלען. ער האט זיי אבער צוגעזאגט: פאר אייער התאמצות וועט מען מיך שטענדיג רופען אויף’ן נאמען פון אייער שטאדט – דעם אפטער.

דערנאך איז ר’ מאיר דער אור לשמים געווארען רב אין אפטא.

י.פ.

סאנזער רבי

הרב ראטענבערג