דעם מגיד’ס רביצען האט געדארפט גיין אין מקוה. זי האט אבער נישט געהאט קיין געלט. ווען זי איז געגאנגען צום בעדער, און אבער ער האט איר נישט געוואלט מאכען א הייסע מקוה.
איז זי געזעסען אין דרויסען און האט זיך שטארק אויסגעוויינט דאס הארץ.
פלוצלונג איז דארכגעפארן א קארעטע מיט פיר פרויען. ווען זיי האבען זי געזען זיצען וויינענדיג, האבן זיי זי געפרעגט: וואס ויינסט דו? האט זי דערציילט איר עלענד.
האבען זיי זי באלד ארויף גענעמען אויף דער קארעטע און זי מיטגענומען אין באד אריין.
ווען דער מגיד האט זיך דערווואסט פון דעם האט ער געזאגט: דאס זענען געווען די פיר אמהות.
דערנאך איז דער מלאך געבוירען געווארען.
י.פ.
ישראל וואללאך
247 East B’way