פון ר’ רפאל הכהן האמבורגער דערציילט מען דאס פאר א צייט האט ער זיך גענענטערט צום דרך חסידות און איז געווען א צייט לאנג ביים מגיד. אבער ער האט דארט[? פארט?] גאר נישט משפיע געווען.

ער איז דערנאך געווען אין ווילנא און איז אריינגעגאנגען צום גאון. פרעגט אים דער גאון צו דער מגיד איז א למדן. ענטפערט אים ר’ רפאל: ניין. און אז ער האט אים געפרעגט צו ער האט א כח אין נסתר. האט ער אים געענטפערט: איך ווייס נישט – ווייל אויף די זאכען בין איך נישטנישט קיין מבין.

 

י.פ)

א מתנגיד