אז דעם ריזשינער’ס ערשטע פרוי איז געשטארבען (זי איז געווען ר’ משה’לע ראש {הישובה} [הישיבה] פון בארדיטשעוו’ס טאכטער) האט ער חתונה געהאט מיט רחל לאה די אלמנה פון ר’ הירשעל’ע רימינאווער.
ביי דער חופה איז געווען א געוואלדיג שטופעניש.יעדער האט געוואלט זיין ביי דער חופה.
האט דער ריזשינער אויסגעשריען: ווער עס וויל זעןמיין עלבון זאל העריינקומען.
הערענדיג דאס האט קיינער נישט געוואגט העריינצוקומען און עס איס אפילו נישט געבליבען קיין מנין.
נאר ר’ אברהם שלמה איז געבליבען. האט אים דער ריזשינער א וואונק געטון: שלמה’קע קום אריין און האט אים מכבד געווען מיט זיין דער אונטערפירער.
י.פ)
הרב גאלד
{אוראייניקער} [אוראייניקעל] פון ר’ אברהם שלמה