א גרויסער גביר – א ייד א חסיד – מיט דען נאמען האט ר”ל נישט געהאט קיינע קינדער. איז ער געקומען צום שפאליער זיידע צו בעטען רחמים. דער שפאליער זיידע איז בא נאטור געווען א שארפער און האט זיך הערויסגעכאפט מיט דעם ווארט: איך שווער דאס דו וועסט נישט האבען קיינע קינדער.

 

דער גביר האט אבער נישט געלאסט רוהען. איז ער געקומען צו ר’ פנחס קאריצער “מאכען אן אפּיל”.

ווען ער איז אנגעקומען אין ר’ פנחס’ שטוב איז געווען פאר פסח און ר’ פנחס איז געווען אין בית המדרש.

האט ער געזען דאס שרעקליכע ארימקייט. און עס איז ממש נישט געווען קיין זאך אויף פסח. – נישט קיין מצות, וויין אדער עסען. די רביצין האט געיאמערט דאס דער רבי האט נישט קיין חוש פון עולם עולם הזה – ער פארדינט און עס פאלט אים אפילו נישט איין דאס מען דארף איינקויפען אויף פסח.

 

דער גביר האט באלד גענומען און אלץ איינגעקויפט אויף פסח – כל טוב וטוב. מאכלים, כלים און זייד אויף א קאפאטע. ער האט אפילו געהייסען אויס ווייסען די שטוב.

 

ר’ פנחס איז אהיים געקומען האט ער אפילו נישט באמערקט אויף די נייע מלבושים, האט נישט געפרעגט פון וואנען די נייע כלים און אלצ גוט קומט. ער האט עס אנגענומען מיט אהבה.

מיט התלהבות האט ער געמאכט קידוש און ער האט ממש געברענט[?] וואען[?] ביים סדר, ביז’ן האלבען סדר האט ער אפילונישט א פרעג געטון פון וואנען דאס אלץ קומט, און אפילו נישט געקוקט אויף דעם אורח. דער גביר.

אין מיטן סדר דערזעט ער דעם אורח און גיט אים שלום. און די רעביצין דער ציילט אים דעמולט וואס דער גביר האט געטון פאר זיי און וואס זיין בקשה איז.

האט אים צוגעזאגט: איך שווער אז די וועסט האבען א קינד. צדיקים האבען געזאגט דאס מען האט קיינמאל נישט געהערט ר’ פנחס שווערען.

דער סוף איז געווען דאס דער ייד איז צוריקגעפוהרען און צום סוף יאר איז א קינד געבוירען געווארען.

 

ווען דער שפאליער זיידע האט געהערט דאס א קינד איז געבוירען געווארען האט ער אויסגערופען: איר וועט נאך זען אז צו 13 יאר וועט אים ]בגיליון: מיינענדיג ר’ פנחס[ דער בן זכר שוין אבצוהלען.

 

און אזוי איס געווען. צו 13 יאר האט זיך דער בן זכר געשמדט געשמד’ט און האט געמסר’ט ר’ פנחס’ס קינדער צו דער רעגירונג דאס זיי האבען מגייר געווען א גוי, און מען האט זיי איינגעזעצט און צוגעמאכט די דרוקעריי

 

י.פ)

סאנצער רבי