דער ריזשינער איז אמאל געזעסען ביי א סעודת ראש חודש מיט דעם אפטער רב. דער ראש חדש איז געווען תמוז.
מען האט געשמוסט וויפיל צו שטעלען{משכה}[משקה]. ביים ריזשינער איז געווען א מנהג צו שטעלען {משכה}[משקה] מיט א געוויסער {גמטריה}[גימטריא] 72, 36, א.ד.ג. [=און דאס גלייכן]
האט דער ריזשינער געזאגט ער וועט שטעלען 6 אדער7 פלעשער {משכה}[משקה]. האט דער אפטער אים געפרעגט וואס עפעס אזא צאל מנין.
האט ער אים געענטפערט תמוז – איז תם ו און ז דאס הייסט עס איז גאנצ געווארען 6 אדער 7.
עס שטייט אז משה איז נישט הערונטער מן ההר “וירא העם כי בושש משה לרדת מן ההר”. זאגט רש”י עס ווענדט זיך צו משה רבנו אי הערויף אין 6 טען אדער 7 טען טאג פון סיון.
און אזוי איז אין 16 טאג פון תמוז איז הערונטער פון דעם הר }ההר{ איז דעמולט באשטימט ווען ער איז הערויף אויף דען 6טען אדער זיבענטען טאג פון סיון.
אזוי קומט אויס דאס אין דער ראש חודש תמוז איז דער תיקון פון 6 אדער 7.
י.פ)