אזוי ווי דער מגיד איז געווען א שלאפער און איז אסך געלעגען אין בעט האבען אסך תלמידים מורא געהאט ארייןצוקומען צו אים אין חדר מוראדיק האבען פאר זיין הקפדה.

אז ר’ ייב”י איז געקומען צום מגיד האט ער געזאגט דאס ער האט נישט מורא און איז העריינגעקומען אין חדר העריין און האט געגעבען שלום.

ער האט זיך פארגעשטעלט פאר’ן מגיד דאס אז ער איז אן ארמער מאן, און ער רעכט אפ חצות. פאר חצות געט ער אין מקוה. איינמאל איז געווען אזוי קאלט דאס די מקוה איז געווען איבערגעפרוירען. האט ער גענעמען אן האק און האט געוואלט אויפרייסען דאס אייס אום זיך צו טובל’ן.

איז געקומען דער ס”מ און האט געפרוווט אים אבצורעדן זיך צו טובל’ן. אין אזא קעלט – האט ער געזאגט – הייסט עס מאביד עצמו לדעת. ר’ ייב”י האט אבער נישט געפאלגט – האט מנצח געווען דעם ס”מ און איז העריינגעשפרונגען אין מקוה.

 

י.פ)

קיניווער רבי