ר’ ברוך מעזשביזשער איז איינמאל געווען ביי ר’ שלום פראהאבישטער.

דער ריזשינער איז געווען נאך א קינד און האט זיך געשפילט מיט א ריטשעקעלע. מיט דעם ריטשעקעלע האט ער איינמאל, צוויי מאל געגעבען א פאטש ר’ ברוך אויף דער קאפאטע אז ער האט געוואלט דאס טוען דאס דריטע מאל האט אים ר’ שלום פארווערט און אנגעכאפט ביי דער האנד.

דערנאך האט מען אים ר’ שלום געפרעגט פאר וואס ער האט געפאטשט דעם ר’ ברוך.

האט דער ריזשינער געענטפערט:

  1. דאס ערשטער מאל דאס ער זאל נישט זיין העכער פון יענעם
  2. דאס צווייטע מאל ווייל איך וויל זיין גלייך מיט אים
  3. דאס דריטע מאל האב איך געוואלט דאס ער זאל שטייען נידריגער פון יענעם.

 

האט זיך ר’ שלום אנגערופען – דאפאר האב איך אבגע= האלטען דאס דריטע מאל – לפני כבודו של בעשט – ער איז דאך פארט אן אייניקעל פון דעם בעש”ט.

 

י.פ)                                                                                                           הרב רייטער                                                                                  פראהאבישטער רב